1. |
|
|||
2. |
|
|||
3. |
|
|||
4. |
GFDS - Kündigung
02:36
|
|
||
5. |
GFDS - Tageszeitungen
02:48
|
|
||
6. |
GFDS - טאבלעט | Tablet
04:39
|
|
||
7. |
|
|||
8. |
|
|||
9. |
GFDS - Television
03:44
|
|
||
10. |
|
|||
שניי ווי מצורע
קומט פון הימל
פארמאכט דעם טראכט
פומעם פרייען דמיון
א שלאף פאלט אראפ
אויף דער וועלט
און פארנעפלט
דעם זכרון
א הינערפלעט
פארשפרייט זיך
גאר
אינעם עקוועלט
דער ליכטיקער טאג
איז פארגאנגען
ס'קומט די תקופה
פון גוג מגוג
|
||||
11. |
|
|||
א שטורעם גייט אין דרויסן
ווו קען איך גיין
דער רעגן טוט א פלויך אראפ
איך קען מעהר ניט זען
פלוצדאלבען
פון דער העלער הויט
קומט די זון אראפ
צעשטערט דעם פלויט
צווישן אויבן און אונטן
גוטס און שלעכטס
איך שטיי נאקעט דא
אן הוט, אן שאלעכץ
די שיבעה-מדורי-גיהנום
פאר איין גאנג
איך שטיי פאר אשמדאי
און געב א טראכט
פארשווונען געווארן
איז כהרף-עין
די גארע וועלט
איך פארשטיי ניט ווי
און אשמדאי נעמט מ יך ארום
מיט זיינע ווארעמע ארעמס
און שעפטשעט אין מיין אויער:
האב נישט קיין דאגות
ביסט אין דער היים
זארג זיך נישט
קענסט ווידער זען
ס'איז א רעש
איך כאפ זיך אויף
די וועלט פאר מיינע אויגן
ס'איז א חלום
גאר א גרויסער
מער ניטא וואס צו גלויבן
דער שטורעם איז אוועק
מער ניטא קיין וויכער
מער ניטא וואס צו גלויבן
דער שטורעם איז אוועק
איך גיי אהיים
און זוך
דעם פותר-חלום
אין די ביכער
|
D.I.Y. ist FLY Productions Munich, Germany
Gute Musik aus Hinterland
YT: www.youtube.com/channel/UC8rlIPbix_QNR7irnihlwYQ/featured
Contact D.I.Y. ist FLY Productions
Streaming and Download help
If you like Gabba, you may also like:
Bandcamp Daily your guide to the world of Bandcamp